איך האב נישט געפלאנט צו שרייבן
דערוועגן, פשוט ווייל נישט אויף יעדע זאך וואס איז אין די נייעס מוז איך עפעס
זאגן, און אליבא דאמת אפילו יעצט בעת איך שרייב ווייס איך נאכנישט צו איך וועל עס
ארויפשטעלן צו נישט, אבער איך פיל ווי איך מוז מיטטיילן מיינע שטורמישע מחשבות,
און הלוואי קען מיר איינער בארואיגן, און אויפווייזען אז איך בין מיר טועה מיט
דעם.
דעם מאנטאג בין איך געזיצען און
געקוקט טעלאוויזשען (אנטשולדיגט, אבער איך שעם מיר נישט מיט דעם) בשעת
לאנטש, ארום דריי אזייגער, אזוי ווי יעדן טאג, ווען אינמיטן איז עס אפגעהאקט
געווארען מיט די Braking news וועגן די אויפרייסן אין ביי די באסטאן
מאריטאן, פאר מיר, א ניו יארקער איינוואוינער וואס האט מיטגעהאלטן די שוידערליכע 9/11
אטאקעס מיט מיינע אייגענע אויגן (אריינגרעכענט די צווייטע קראך), האט עס מיר
אויפגעשאקלט, און איך בין פאר א שטיק צייט פשוט נישט געווען מסוגל צו טראכטען גראד
און ווי שפעטער עס איז געווארען, און מען האט געהערט די שרעקליכע תוצאות 3 טויטע,
און איבער 170 פארוואונדעטע, איז עס מיר געווען ממש קאשמאר.
און ניין, נישט איך נישט מיין משפחה,
און אויף ווי ווייט איך ווייס קיינער פון מיינע נאנטע זענען נישט געווען דארט, איך
קען נישט קיינעם פון דארט, עם כל זה האט עס מיר באמת וויי געטוהן, פארוואס? איך
ווייס נישט, קודם כל פשוטע מענטשליכע געפילן צו אנדערע אומשולדיגע מענטשען וואס
ליידן, און, יא, די עצם פאקט אז מיין לאנד איז אונטער אטאקע שטערט מיר, איך מיין
אז דאס אלעס איז נישט מער ווי פשוטע נאטורליכע מענטשליכע געפילן, וואס יעדער
נארמאלע מענטש מיט א שכל הישר פילט.
פיין דאס איז אבער נארמאל, פאר דעם דארף
איך מיר נאכנישט אראפ זעצען שרייבן.
ביינאכט, פאל איך אריין אין בית המדרש
(משום
והייתם נקיים: אויף צו שמועסן נישט אויף צו דאווענען) און איך ווער שאקירט; די וואס ווייסען דערפון, זענען נאר דן אויב עס איז געווען אידישע
קרבנות, און די וואס הערן דערפון די ערשטע מאל, איז זייער ערשטע תגובה: עפעס אידן?
וכדומה, און אז מען הערט אז נישט, דאן קען מען גיין ווייטער כאילו לא היה, און צו
זיין קראנט, מען וועט אפשר פונקטליך דורכטוהן אלע דעטאלן, מיט אלע פאליטשע
חשבונות, וואס מען דארף יא און וואס מען דארף ווען נישט טוהן, ממש זייענדיג זיכער
אז דער איינציגסטער זאך וואס פעהלט פאר די FBI איז א מקוה.
אבער דאס מינדעסטע מיט-געפיל? עה, מאן
דכר שמיה, אויב איינער ברענגט יא ארויף עפעס א ווייטאג, ווערט געפענט אפאר אויגן
אויף אים, און אויב איינעם'ס אנטווארט צו די נייעס איז "אוי וויי" איז
עפעס געשעהן צו איינעם?, וועט מען אים גלייך בארואיגען ער זאל זיך נישט זארגען, עס
איז גאר נישט געשעהן צו קיין אידן.
און איך שטיי און די זייט, און פיל
ווי איך האלט עס נישט אויס, שומו שמים וואו איז
דאס מענטשליכע געפיל?
וואו איז דאס
נאטורליכע מיטלייד צו לאנד'ס מענטשען? נאר אויף צו נעמען געלד זענען די
"בשר חמורים בשרם" (א לשון וואס איינער האט מיר נאכגעזאגט מאנטאג
נאכט, אלס א ביאור פארוואס עס שטערט אים נישט) ווערט???
דאס זענען די רחמנים
בני רחמנים?
דאס לערנט רעליגיע?
איך האב פשוט געשפירט וואו די
"כי אתם המעט מכל העמים" באקומט א נייער פשט, עטץ זענען די ערגסטע פון
אלע פעלקער, חסידישע אידן זענען די געמיינסטע פונעם מענשטליכער מין "אויב דאס
איז זייער בליק און לעבן" און עטס שעמט'ס ענק נישט זיך צו פאררופן אלס עם
הנבחר??? חוץ א גרופע עקסטערמע ראסיסטן זעה איך נישט גארנישט און ענק.
איך מוז מיר
אנטשולדיגען פאר די שארפע שפראך, איך פראביר פשוט ארויסצוברענגן ווי אזוי איך האב
געפילט ביי מיר.
און איך שטיי און טראכט צו מיר, דא
בין איך אויפגעוואקסען? אזוי האב איך אמאל געטראכט? עס איז מיר געווען א ריכטיגע Culture shock.
קום איך אהיים טראכט איך צו מיר, לאז
מיר אביסל נאכגעקוקן און ספרים, איז דאס דער תורה'דיגער בליק, אדער נאר דער בליק
פונעם קולט וואס פאררופט זיך אויף די תורה?
און די תוצאות האבן מיר נאכמער
שאקירט.
עס איז נישט קיין סוד אז די תורה איז
געפערליך ראסיטיש, און נאך מער דער שולחן ערוך, אבער ווען מען זעהט דאס בפנים,
בפרט ווען מען רעדט בפרטיות דערפון, צושאקלט עס יעדן רעכט דענקיגען מענטש.
איך וועל פראבירן צוצייכענען צו אפאר
פון די ענינים מיט וואס איך בין און באריר, ואידך זיל גמור, און הלוואי שטעיתי.
ביז אהער איז וואס איך האב געשריבען
פאר שבת. און דורכאויס שבת האב איך פרובירט צוזאמצושטען א ליסט מיט מראי מקומות
פון ספרי יהדות אין דעם נושא פון "היחס בין ישראל לאומות". געפלאנט האב
איך אראפצוברענגן א רשימה פון לערך 10 מראי מקומות, ואידך זיל גמור.
אבער, נאך אפאר מינוט האב איך גאר
שנעל איינגעזעהן אז הזמן יכלה והם לא יוכלו, וואו מען קוקט נאר, אנגעהויבן פון די
תורה, ביז די גאר לעצטע ספרי אחרונים, זעהט מען א רעליגיע מיט א עקסטרעם שטארקע
ראסיזסים, אזוי ווייט אז דער קוראן קען זיך פארשטעקן פאר אונז, פונעם לא תחיה כל
נשמה אין די תורה[1] ביז די הנחה
אז בשר חמורים בשרם,[2] און איינער
וואס הארג'עט א גוי איז עובר אויף בל תשחית, טעות עכו"ם מותר, ועוד הרבה.
האב איך געטראכט פון מעתיק זיין אפאר,
ווייס איך דאך אז עס וועלן זיין אזאלכע וואס וועלן זיך ארויפכאפן דירעקט אויף די,
און פרובירן צו פארדרייען א קאפ מיט דעם, מילא וועל איך לאזן יעדעם איינעם אליין
נאכקוקן ווי מען קוקט נאר זעהט מען די אוממענטשליכקייט וואב ליגט אין רעליגיע
בכלל, און אין אידשקייט בפרט.
איז סך הכל: די אנטי-מענשליכע געפילן וואס
מען טרעפט ביי אידישקייט, איז נישט זייער שולד[3] דאס
איז וואס די תורה לערנט זיי, און דאס איז וואס אידישקייט לערנט זיי.
און אויב איינער
וועט דיר אמאל זאגן אז אידישקייט און די תורה לערנען מענטשליכקייט, רחמנות, און
חסד, זאלסטו וויסן זיי דיר קלאר, אז ניין אידישקייט לערנט ראסיזים,
אוממאראלישקייט, און רייסט אויס יעדע נאטורליכע מענטשליכע געפיל.
נ.ב. איך אנטשולדיג
מיר פארן שארפען שפראך איך ווייס אז איך וועל פארשריגען ווערן אלס א "Self
hating Jew",
נארמאל איז אין דרכי בכך, דאס איז נישט מיין שפראך, אבער מיר האט מען אויסגעלערנט
אז אויב עס טוט ווי שרייט (שרייבט) מען.
[1]. איך וויל דא ארויס ברענגן א נקודה
חשובה, וואס איינער פון מיינע נאנטע ידידים (וואס קומט אים אסאך
קרעדיט פאר דעם בלאג, און איך האף אים צו האבן אלס א שרייבער דא מזמן לזמן) האט מיר
אויפגעמערקט: ביי אידן ווייסט מען אז די קריסטן זענען ממש רוצחים, און ספעציעל די
אינקוויזיציע אין שפאניע, פארן גירוש און פאר די רציחות נאכדעם אויף אלע אנוסים.
און איך בין מסכים צודעם, הארגענ'ן
אין נאמען פון גאט איז א געפערליכער אוממאראלישקייט, א עון בל יכופר, אבער דאס איז
געווען די דרך פון רעליגיע מיום הווסדה.
לאז מיר אבער זעהן וואס די קריסטן
האבן געטוהן: זיי גלייבן מיט אן אמת אז זיי האבן א חוב קדוש צו מקרב זיין וועם מען
קען נאר "תחת כנפי השכינה" און זיי ראטווען פון גיהנם דורך זיי אריבער
פירן צו קריסטנטום, און צו אמונה און ישו.
זיי האבן א לאנד וואס הייסט שפאניע,
זיי פארשטייען מיט א קלארקייט אז דער רצון הבורא איז אז אלע איינוואוינער דארט
זאלן זיין קריסטן (ממש ווי די תורה זאגט אז ווען יד ישראל תקופה זענען זיי מחיוב
צו זעהן און אלע מקומות וואו זיי האבן א שליטה זאל יעדער איינהאלטן די ז' מצוות
בני נח, און אויב נישט איז דא א חיוב זיי צו הארגענען), איז ווי אזוי טוט
מען דאס? ערשט שטעלט מען אויף א שטארקער מיסיאנארישער אפאראט, און מען פרובירט
איבער רעדן יעדן, נאך 200 יאר וואס מען זעהט עס גייט נישט, גיט מען ארויס א גזירת
גירוש, מיט אן אויסוואל: אדער שמד, אויב ווילסטו נישט, בלייבסט אן אפיקורס, זיי מוחל
הייבט דיר אויף און טראג אפ פון דא (און יא אלס א עונש לאז איבער דיין פארמעגן
דא, אפשר אזוי וועסט אפקומען אביסל אויף די וועלט).
ממש א אכזריות שאין (אמממ....
שיש) כדוגמתו, א חרפה פאר די מענטשהייט.
יעצט לאז מיר זעהן וואס די אידן האבן
געטוהן אין כנען ווען זיי האבן עס איינגענומען.
גאט ברוך הוא האט צוגעזאגט פאר אברהם
אז ער גייט געבן פאר זיינע קינדער ארץ כנען, די אידן קומען אריין קיין כנען, מיט א
ציווי פון באשעפער אז זיי דארפן אויס הארגענען אלע כנענים אהן קיין אויסנאם,
"לא תחיה כל נשמה" קיין שום אויסוואל, קענסט נישט מקבל זיין קיין גרים,
קענסט זיי נישט פארטרייבן הארג'ע זיי אויס אנשים נשים וטף.
זאגט'ס מיר, קען מען האבן טענות אויך
די קריסטן?, זיי גלייבן אויך אין די תורה, זיי לערנען עס, און עס איז דער יסוד פאר
זייער רעליגיע, נא, דאס איז וואס מען האט זיי אויסגעלערנט ווי אזוי מען גייט אים
מיט שונאים, זיי זענען געווען רחמנות'דיג.
נישט אומזינסט איז אידישקייט א סכנה פאר די
וועלט.
[2]. די לשון ווערט געברענגט אין יחזקאל
אויף די מצריים און ווערט אין די שפעטערע ספרים כמ"פ געשריבען אויף די אומת
העולם בכלליות, עיין אור החיים הק' בראשית מ"ט, י"א, און אין גמרא (בבא קמא
מ"ט) שטייט שוין אויך, שבו לכם פה עם החמור - עם הדומה לחמור.
[3]. איך נעם זיי נישט גענצליך אוועק די
קרעדיט, ווייל איך זעה אז די קריסטן האבן עס יא ארויס געריסן פון זייער טאג
טעגליכען שפראך, על כל פנים ברבים, עפעס וואס אידישקייט האט נאכנישט געטוהן עד
היום.