יום שני, 22 באפריל 2013

צרות און טעראר, א כפרה פאר כלל ישראל??? מענטשליכע געפילן, וואו זענט עט'ס?

איך האב נישט געפלאנט צו שרייבן דערוועגן, פשוט ווייל נישט אויף יעדע זאך וואס איז אין די נייעס מוז איך עפעס זאגן, און אליבא דאמת אפילו יעצט בעת איך שרייב ווייס איך נאכנישט צו איך וועל עס ארויפשטעלן צו נישט, אבער איך פיל ווי איך מוז מיטטיילן מיינע שטורמישע מחשבות, און הלוואי קען מיר איינער בארואיגן, און אויפווייזען אז איך בין מיר טועה מיט דעם.
דעם מאנטאג בין איך געזיצען און געקוקט טעלאוויזשען (אנטשולדיגט, אבער איך שעם מיר נישט מיט דעם) בשעת לאנטש, ארום דריי אזייגער, אזוי ווי יעדן טאג, ווען אינמיטן איז עס אפגעהאקט געווארען מיט די Braking news וועגן די אויפרייסן אין ביי די באסטאן מאריטאן, פאר מיר, א ניו יארקער איינוואוינער וואס האט מיטגעהאלטן די שוידערליכע 9/11 אטאקעס מיט מיינע אייגענע אויגן (אריינגרעכענט די צווייטע קראך), האט עס מיר אויפגעשאקלט, און איך בין פאר א שטיק צייט פשוט נישט געווען מסוגל צו טראכטען גראד און ווי שפעטער עס איז געווארען, און מען האט געהערט די שרעקליכע תוצאות 3 טויטע, און איבער 170 פארוואונדעטע, איז עס מיר געווען ממש  קאשמאר.
און ניין, נישט איך נישט מיין משפחה, און אויף ווי ווייט איך ווייס קיינער פון מיינע נאנטע זענען נישט געווען דארט, איך קען נישט קיינעם פון דארט, עם כל זה האט עס מיר באמת וויי געטוהן, פארוואס? איך ווייס נישט, קודם כל פשוטע מענטשליכע געפילן צו אנדערע אומשולדיגע מענטשען וואס ליידן, און, יא, די עצם פאקט אז מיין לאנד איז אונטער אטאקע שטערט מיר, איך מיין אז דאס אלעס איז נישט מער ווי פשוטע נאטורליכע מענטשליכע געפילן, וואס יעדער נארמאלע מענטש מיט א שכל הישר פילט.
פיין דאס איז אבער נארמאל, פאר דעם דארף איך מיר נאכנישט אראפ זעצען שרייבן.
ביינאכט, פאל איך אריין אין בית המדרש (משום והייתם נקיים: אויף צו שמועסן נישט אויף צו דאווענען) און איך ווער שאקירט; די וואס ווייסען דערפון, זענען נאר דן אויב עס איז געווען אידישע קרבנות, און די וואס הערן דערפון די ערשטע מאל, איז זייער ערשטע תגובה: עפעס אידן? וכדומה, און אז מען הערט אז נישט, דאן קען מען גיין ווייטער כאילו לא היה, און צו זיין קראנט, מען וועט אפשר פונקטליך דורכטוהן אלע דעטאלן, מיט אלע פאליטשע חשבונות, וואס מען דארף יא און וואס מען דארף ווען נישט טוהן, ממש זייענדיג זיכער אז דער איינציגסטער זאך וואס פעהלט פאר די FBI איז א מקוה.
אבער דאס מינדעסטע מיט-געפיל? עה, מאן דכר שמיה, אויב איינער ברענגט יא ארויף עפעס א ווייטאג, ווערט געפענט אפאר אויגן אויף אים, און אויב איינעם'ס אנטווארט צו די נייעס איז "אוי וויי" איז עפעס געשעהן צו איינעם?, וועט מען אים גלייך בארואיגען ער זאל זיך נישט זארגען, עס איז גאר נישט געשעהן צו קיין אידן.
און איך שטיי און די זייט, און פיל ווי איך האלט עס נישט אויס, שומו שמים וואו איז דאס מענטשליכע געפיל?
וואו איז דאס נאטורליכע מיטלייד צו לאנד'ס מענטשען? נאר אויף צו נעמען געלד זענען די "בשר חמורים בשרם" (א לשון וואס איינער האט מיר נאכגעזאגט מאנטאג נאכט, אלס א ביאור פארוואס עס שטערט אים נישט) ווערט???
דאס זענען די רחמנים בני רחמנים?
דאס לערנט רעליגיע?
איך האב פשוט געשפירט וואו די "כי אתם המעט מכל העמים" באקומט א נייער פשט, עטץ זענען די ערגסטע פון אלע פעלקער, חסידישע אידן זענען די געמיינסטע פונעם מענשטליכער מין "אויב דאס איז זייער בליק און לעבן" און עטס שעמט'ס ענק נישט זיך צו פאררופן אלס עם הנבחר??? חוץ א גרופע עקסטערמע ראסיסטן זעה איך נישט גארנישט און ענק.
איך מוז מיר אנטשולדיגען פאר די שארפע שפראך, איך פראביר פשוט ארויסצוברענגן ווי אזוי איך האב געפילט ביי מיר.
און איך שטיי און טראכט צו מיר, דא בין איך אויפגעוואקסען? אזוי האב איך אמאל געטראכט? עס איז מיר געווען א ריכטיגע Culture shock.
קום איך אהיים טראכט איך צו מיר, לאז מיר אביסל נאכגעקוקן און ספרים, איז דאס דער תורה'דיגער בליק, אדער נאר דער בליק פונעם קולט וואס פאררופט זיך אויף די תורה?
און די תוצאות האבן מיר נאכמער שאקירט.
עס איז נישט קיין סוד אז די תורה איז געפערליך ראסיטיש, און נאך מער דער שולחן ערוך, אבער ווען מען זעהט דאס בפנים, בפרט ווען מען רעדט בפרטיות דערפון, צושאקלט עס יעדן רעכט דענקיגען מענטש.
איך וועל פראבירן צוצייכענען צו אפאר פון די ענינים מיט וואס איך בין און באריר, ואידך זיל גמור, און הלוואי שטעיתי.
ביז אהער איז וואס איך האב געשריבען פאר שבת. און דורכאויס שבת האב איך פרובירט צוזאמצושטען א ליסט מיט מראי מקומות פון ספרי יהדות אין דעם נושא פון "היחס בין ישראל לאומות". געפלאנט האב איך אראפצוברענגן א רשימה פון לערך 10 מראי מקומות, ואידך זיל גמור.
אבער, נאך אפאר מינוט האב איך גאר שנעל איינגעזעהן אז הזמן יכלה והם לא יוכלו, וואו מען קוקט נאר, אנגעהויבן פון די תורה, ביז די גאר לעצטע ספרי אחרונים, זעהט מען א רעליגיע מיט א עקסטרעם שטארקע ראסיזסים, אזוי ווייט אז דער קוראן קען זיך פארשטעקן פאר אונז, פונעם לא תחיה כל נשמה אין די תורה[1] ביז די הנחה אז בשר חמורים בשרם,[2] און איינער וואס הארג'עט א גוי איז עובר אויף בל תשחית, טעות עכו"ם מותר, ועוד הרבה.
האב איך געטראכט פון מעתיק זיין אפאר, ווייס איך דאך אז עס וועלן זיין אזאלכע וואס וועלן זיך ארויפכאפן דירעקט אויף די, און פרובירן צו פארדרייען א קאפ מיט דעם, מילא וועל איך לאזן יעדעם איינעם אליין נאכקוקן ווי מען קוקט נאר זעהט מען די אוממענטשליכקייט וואב ליגט אין רעליגיע בכלל, און אין אידשקייט בפרט.
איז סך הכל: די אנטי-מענשליכע געפילן וואס מען טרעפט ביי אידישקייט, איז נישט זייער שולד[3] דאס איז וואס די תורה לערנט זיי, און דאס איז וואס אידישקייט לערנט זיי.
און אויב איינער וועט דיר אמאל זאגן אז אידישקייט און די תורה לערנען מענטשליכקייט, רחמנות, און חסד, זאלסטו וויסן זיי דיר קלאר, אז ניין אידישקייט לערנט ראסיזים, אוממאראלישקייט, און רייסט אויס יעדע נאטורליכע מענטשליכע געפיל.
נ.ב. איך אנטשולדיג מיר פארן שארפען שפראך איך ווייס אז איך וועל פארשריגען ווערן אלס א  "Self hating Jew", נארמאל איז אין דרכי בכך, דאס איז נישט מיין שפראך, אבער מיר האט מען אויסגעלערנט אז אויב עס טוט ווי שרייט (שרייבט) מען.






[1]. איך וויל דא ארויס ברענגן א נקודה חשובה, וואס איינער פון מיינע נאנטע ידידים (וואס קומט אים אסאך קרעדיט פאר דעם בלאג, און איך האף אים צו האבן אלס א שרייבער דא מזמן לזמן) האט מיר אויפגעמערקט: ביי אידן ווייסט מען אז די קריסטן זענען ממש רוצחים, און ספעציעל די אינקוויזיציע אין שפאניע, פארן גירוש און פאר די רציחות נאכדעם אויף אלע אנוסים.
און איך בין מסכים צודעם, הארגענ'ן אין נאמען פון גאט איז א געפערליכער אוממאראלישקייט, א עון בל יכופר, אבער דאס איז געווען די דרך פון רעליגיע מיום הווסדה.
לאז מיר אבער זעהן וואס די קריסטן האבן געטוהן: זיי גלייבן מיט אן אמת אז זיי האבן א חוב קדוש צו מקרב זיין וועם מען קען נאר "תחת כנפי השכינה" און זיי ראטווען פון גיהנם דורך זיי אריבער פירן צו קריסטנטום, און צו אמונה און ישו.
זיי האבן א לאנד וואס הייסט שפאניע, זיי פארשטייען מיט א קלארקייט אז דער רצון הבורא איז אז אלע איינוואוינער דארט זאלן זיין קריסטן (ממש ווי די תורה זאגט אז ווען יד ישראל תקופה זענען זיי מחיוב צו זעהן און אלע מקומות וואו זיי האבן א שליטה זאל יעדער איינהאלטן די ז' מצוות בני נח, און אויב נישט איז דא א חיוב זיי צו הארגענען), איז ווי אזוי טוט מען דאס? ערשט שטעלט מען אויף א שטארקער מיסיאנארישער אפאראט, און מען פרובירט איבער רעדן יעדן, נאך 200 יאר וואס מען זעהט עס גייט נישט, גיט מען ארויס א גזירת גירוש, מיט אן אויסוואל: אדער שמד, אויב ווילסטו נישט, בלייבסט אן אפיקורס, זיי מוחל הייבט דיר אויף און טראג אפ פון דא (און יא אלס א עונש לאז איבער דיין פארמעגן דא, אפשר אזוי וועסט אפקומען אביסל אויף די וועלט).
ממש א אכזריות שאין (אמממ.... שיש) כדוגמתו, א חרפה פאר די מענטשהייט.
יעצט לאז מיר זעהן וואס די אידן האבן געטוהן אין כנען ווען זיי האבן עס איינגענומען.
גאט ברוך הוא האט צוגעזאגט פאר אברהם אז ער גייט געבן פאר זיינע קינדער ארץ כנען, די אידן קומען אריין קיין כנען, מיט א ציווי פון באשעפער אז זיי דארפן אויס הארגענען אלע כנענים אהן קיין אויסנאם, "לא תחיה כל נשמה" קיין שום אויסוואל, קענסט נישט מקבל זיין קיין גרים, קענסט זיי נישט פארטרייבן הארג'ע זיי אויס אנשים נשים וטף.
זאגט'ס מיר, קען מען האבן טענות אויך די קריסטן?, זיי גלייבן אויך אין די תורה, זיי לערנען עס, און עס איז דער יסוד פאר זייער רעליגיע, נא, דאס איז וואס מען האט זיי אויסגעלערנט ווי אזוי מען גייט אים מיט שונאים, זיי זענען געווען רחמנות'דיג.
נישט אומזינסט איז אידישקייט א סכנה פאר די וועלט.
 
[2]. די לשון ווערט געברענגט אין יחזקאל אויף די מצריים און ווערט אין די שפעטערע ספרים כמ"פ געשריבען אויף די אומת העולם בכלליות, עיין אור החיים הק' בראשית מ"ט, י"א, און אין גמרא (בבא קמא מ"ט) שטייט שוין אויך, שבו לכם פה עם החמור - עם הדומה לחמור.
[3]. איך נעם זיי נישט גענצליך אוועק די קרעדיט, ווייל איך זעה אז די קריסטן האבן עס יא ארויס געריסן פון זייער טאג טעגליכען שפראך, על כל פנים ברבים, עפעס וואס אידישקייט האט נאכנישט געטוהן עד היום.

יום שני, 15 באפריל 2013

ביסטו קלוגער פונעם רמב"ם?

די ערשטע תגובה פון איינע פון מיינע גאר נאנטע, נאך א לאנגער שמועס וואס מיר האבן געהאט, וואו איך האב מיר געפענט אלע מיינע מחשבות, און די החלטה פון מיינע מחשבות, איז געווען, די אלעם באקאנטען שרייעדיגער שאלה: "דו האלט'ס אז ביסט קלוגער פונעם רמב"ם???", א באמבע נישט אזוי?, נא אוודאי האבן מיר אויף דעם אויך געהאט א מהלך המחשבה און דאס וויל איך דא מיטטיילען.
צו ענטפערן דעם "קשיא" קען מען אויף אסאך וועגן, ראשית כל איז דאס גאר פשוט, ניין איך האלט נישט איך בין קלוגער פון אים, (אפילו יכול להיות, אז עס איז געווען, און עס איז דא קלוגערע פון אים, אבער גערעכט, איך פערזענליך האלט נישט אז איך קום אהן לקרסילי רגליו, און בו בזמן בין איך עפעס נישט איבערצייגט און 'פאקט' אז היינט איז נישטא קיין קלוגערע) אבער, איך האב צוטריט צו סאך מער אינפארמאציע, און ידיעות פון וואס ער האט געוואוסט, און ממילא איז מסתבר צוזאגן אז דער רמב"ם וואס איז שטארק ביי דער מיינוג אז מציאות איז מציאות, און איינער וואס גלייבט און עפעס וואס איז קעגן מציאות פשוט ווייל אין א פסוק אדער א גמרא שטייט אזוי, שרייבט דער רמב"ם אז אזא איינער איז א נער[1], איז מסתבר אז אויב וואלט ער געווען היינט און געזעהן און געוואוסט וואס מיר ווייסן היינט, וואלט ער גאר איבערגעשטיגן ריטשארד דואקינס, און טאקע ווייל ער איז געווען קלוגער פון אים.
אבער דאס איז אלעס שיינע טעאריעס, איך מיין אבער אז דער ענין איז סאך פשוטער.
איך וויל דא צוברענגן אפאר "פאקטן" וואס דער רמב"ם ברענגט, און לאז מיר זעהן ווער ווייסט בעסער (און געוויסע ענינים האט מיר אסאך געהאלפן מיין ידיד נאמן, ירון ידען, סיי פון זיינע ארטיקלען אויף "דעת אמת" און סיי פריוואט, יישר כח, והצלחה בכל מעשי ידיך), איך וועל ברענגן צוויי נקודות, גרונטליך, ואידך זיל גמור, עס איז דא נאך אסאך.
ווי באקאנט האט דער רמב"ם אסאך עוסק געווען אינעם "מנין המצוות", די מסורה, און ווי עס שטייט אין חז"ל (מכות כ"ג) איז אז עס איז דא 613 מצוות, צו עס איז באמת אזוי, איז א שמועס פאר זיך, לכאורה איז דאס אויך איינע פון די זאכן וואס זענען נישט מדויק אין דברי חז"ל, און זענען קיינמאל נישט געשריבען געווארן אדעתא דהכי אז מען זאל דאס אננעמען אלס א מציאות, אבער ווי אלע אנדערע ענינים וואס ווערן געברענגט אין גמרא, איז דאס מיט די יארן אנגענומען געווארן אלס א מציאות, און ווער עס זאגט אנדערש איז א כופר בתורת משה,[2] וכו', עכ"פ די רמב"ם נעמט אזוי אהן, און אויף דעם האט ער ארויסגעגעבן א "ספר המצוות" וואו ער רעכענט עס אויס.
איז אין ספר המצוות מצוה לא תעשה קע"ז רעכענט ער אויס אלס א מצוה בפני עצמו, די איסור פון עסן שרצים ורמשים וואס ווערן באשאפען פון שימל, ואינם פרים ורבים, דאס מיינט זיי קענען נישט האבן קיין קינדער, איז ווען איינער עסט אזא שרץ איז ער עובר אויף נאך א לאו, וזה לשונו: שהזהירנו מאכול השרצים המתהוים מן העפושים אף על פי שאינן מין ידוע, "ולא יתהוו מזכר ונקבה" והוא אמרו ולא תטמאו את נפשותיכם בכל השרץ הרומש על הארץ, ולשון ספרא השרץ הרומש על הארץ, אף על פי שאינו פרה ורבה וזהו ההפרש בין אמרו השרץ השורץ על הארץ ובין השרץ הרמש על הארץ, כי השרץ השורץ הוא השרץ שיש בו כח המוליד לדומה כי הוא ישריץ על הארץ, והשרץ הרומש הוא השרץ המתהוה מן העפושים שלא יוליד הדומה לו, עכ"ל, און אין מצוה קע"ט, לייגט ער נאך צו, קעגן די וואס טענה'ן אז די שרצים וואס ווערן געבוירן פון שימל קענען אויך האבן קינדער, שרייבט ער א שארפע לשון: "ואינו נמנע, התילד הצרעה או הנמלה או זולתם ממיני העופות והשרצים מן העפושים ובתוך האוכלים, אלא אצל הסכלים שאין להם ידיעה בחכמת הטבע, עכ"ל, אבער מיר וואס ווייסען יא חכמת הטבע ווייסען אז עס איז נישטא אזאנס, און די שרצים וואס ווערן באשאפען פון זיך אליין "קענען נישט" האבן קיין קינדער.
איז לאז מיר פארשטיין וואס דער רמב"ם טוט דא: עס איז דא 613 מצוות, איינע פון זיי איז די מצוה אז מען טאר נישט עסן קיין שרצים וואס ווערן באשאפען פון שימל, היות זיי קענען נישט האבן קיין קינדער, און דאס איז איינע פון די מצוות וואס דער בורא העולם האט אונז באפוילן דערמיט.
אבער איין מינוט, דער רמב"ם ווייסט פאר א פאקט, און אויב איז דאס תורת אמת, איז פשט אז דער תורה ווייסט פאר א פאקט, אז עס איז דא אזוי מציאות, וואס טוען מיר אבער אז "לא היו דברים מעולם" עס עקזסיטירט נישט, און עס איז קעגן די מציאות העולם, שרצים וואס ווערן באשאפען פון שימל!!!
איז וואס קומט ארויס דער סך הכל דא איז, אז לויט'ן רמב"ם אליין וואס שרייבט אין מורה נבוכים, אז מען קען זיך נישט פארלאזען אויף דברי חז"ל וואס זענען נגד המציאות, און עס איז דאך א דבר פשוט אז הוא הדין, וכל שכן דברי עצמו אויב איז עס נגד המציאות, און, אויב איינע פון די 613 מצוות זענעם קעגן מציאות, איז סך הכל נאר דא 612 מצוות! לפי הרמב"ם....
האבן מיר שוין איין דוגמא פון די "אייביגע" חכמה פונעם רמב"ם.
נאך איין דוגמא (עס איז דא נאך אסאך, אבער לתועלת המאמר, וועלן מיר זיך האלטן צו "קורץ און שארף"), וואס איז ברור כשמש אז דער רמב"ם האט ווייט נישט געוואוסט די "מציאות'דיגע" ענינים וואס מיר ווייסן היינט, איז, פון וואס די שטערנ'ס וואס מיר זעהן אין הימל (נישט די פלאנעט'ן[3]) זענען געמאכט, די רמב"ם שרייבט אז עס איז צוזאמגעשטעלט פון א פאר מיני גאזען, עפעס וואס מיר ווייסען היינט פאר א מציאות אז עס איז נישט אמת, פאר מער דערוועגן ליינט דא: https://en.wikipedia.org/wiki/star על כל פנים נאך א פשוטער מציאות'דיגע טעות וואס דער רמב"ם האט געהאט.
און דאס נעמט נישט אוועק פון זיין גדלות און קלוגשאפט, דאס מיינט נאר אז מיר ווייסען היינט מער ווי ער האט געוואוסט, און טאקע דער רמב"ם אליין, איז שטארק מסתבר, וויבאלד ער איז א שטארקע חסיד פון פאקטן, ווען ער וואלט היינט געווען, וואלטן מיר געהאט א "מורה נבוכים" אויפצו ווייזען די פאלטשקייט פון רעליגיע (נאר מיין השערה).
איז סך הכל אויב איינער פרעגט דיר די שווערע קשיא: ביסט קלוגער פונעם רמב"ם??? דו פארשטייסט דען בעסער פון אים???
איז די ענטפער, ניין, איך בין נישט קלוגער פון רבי משה בן מימון.
אבער איך בין יא קלוגער, און איך פארשטיי יא בעסער, פון:
·        זאגן אז עס ווערן באשאפען שרצים פון שימל.
·        זאגן אז שטערענס זענען געמאכט פון געז.
·        פון צו זאגן אז שווארצע זענען ענדליך צו מאנקי'ס[4].
·        פון צו זאגן אז אויב א איד רעיפט א דריי יעריג נישט אידיש מיידל, דארף מען איר הארגנען, אבער נישט דעם איד[5].
·        און אויף נאך צענדליגער זאכן.
און ממילא, בין איך אויך קלוגער פונעם מורה נבוכים צו זאגן אז עס:
·        מוז נישט זיין אז יש מנהיג לבירה.
·        מוז נישט זיין אז יש תורה משמים.
·        מוז נישט זיין אז יש בורא לעולם.
·        און מוז נישט זיין אז אית דין ואית דיין.
און נאך אלעם איז דאס נישט מער פון מיינע מחשבות, והרשות נתונה צו יעדען יחיד'ס "מחשבות" זיך צו קריגן דערמיט.

די קומענדיגע ארטיקל וועט זיין אינעם נושא פון אוממענטשליכע זאכן וואס ווערט געברענגט אין די תורה.
חומר מתקבל בהערצה אויף: thoughts.blogpost@gmail.com



[1]. לדוגמא, אינעם נושא פון ידיעות חז"ל אין אסטרנאמיע, שרייבט דער רמב"ם אזוי: אל תדרשו ממני להתאים כל ענייני האסטרונומיה שהם ציינו אל המצב כפי שהוא, כי המתמטיקה היתה לקויה באותם זמנים, וכו', "אלא כל מה שאפשר לבאר דברי האדם שיהא תואם את המציאות שהוכחה מציאותה", הוא יותר עדיף ונכון, עכ"ל במורה נבוכים (חלק ג' פרק י"ד), און אנדערע ווערטער, מען קען נישט אננעמען דברי חז"ל אלס א מציאות, היות זיי האבן נישט געוואוסט די מציאות, און אזוי ברענגט ער נאך כמה פעמים אין מורה נבוכים.
[2]. און ווי ערווארטעט, טרעפן מיר טאקע די ראשונים, וואס זענען "כופרים" לויט די היינטיגע אמונה, וואס זענען טאקע מחולק מיט די גמרא, און דאס איז דער אבן עזרא, און דער רלב"ג.
דער אבן עזרא שרייבט אין זיין ספר יסוד מורא וסוד תורה (שער ב') וז"ל: ועל דרך מחקר האמת, אין קץ למספר המצוות, כאשר אמר המשורר (תהילים קי"ט, צ"ו) לכל תכלה ראיתי קץ, רחבה מצוותך מאד, ואם נספור רק הכללים והעיקרים ומצווה שהיא עומדת לעד, אין המצוות עשירית משש מאות ושלוש עשרה, עכ"ל, אין אנדערע ווערטער רעכן ווי אזוי די ווילסט, אבער אדער איז דא סאך מער, אדער סאך ווייניגער, איי די גמרא? ער איז געווען 'קלוגער' פון צו זאגן אז וואס די גמרא זאגט איז אמת...
דער רלב"ג (פרשת בא) שרייבט אז די מספר איז נאר בערך, און היות דער מספר שטימט מיט די 248 אברים און 356 גידים (אממ... אויך נישט קראנט... אבער נישט יעצט) איז הדרש נדרש, אבער נישט אז דאס איז עס.
[3]. וואס אין דעם איז - דרך אגב - אויך דא א יסודות'דיגע טעות אין חז"ל כלפי די לבנה, וואס איז באמת נישט קיין פלאנעט פאר זיך, נאר איז א שטערן וואס געהערט צו פלאנעט ערד, (און דרייט זיך ארום די ערד, נישט ווי אלע אנדערע כוכבי לכת וואס דרייען זיך ארום די זון) אזוי ווי אלע אנדערע פלאנעט'ן האבן אויך לבנות וואס דרייען זיך ארום זיי, און איז נישט קיין פלאנעט פאר זיך, און דאס איז לכאורה א תוצאה פון די טעות פון חז"ל אז די זון דרייט זיך ארום די ערד, ואכ"מ.
[4]. זה לשון הרמב"ם (מורה נבוכים, ח"ג, פרק נ"א): והנני מפרש לך זה המשל אשר חדשתי לך ואומר, אמנם אשר הם חוץ למדינה הם כל איש מבני אדם שאין לו אמונת דת, לא מדרך עיון ולא מדרך קבלה, כקצות התורן, המשוטטים בצפון, והכושיים, המשוטטים בדרום, והדומים להם מאשר אתנו באקלימים האלה. ודין אלו כדין בעלי חיים שאינם מדברים, ואינם אצלי במדרגת בני אדם, ומדרגתם בנמצאות - למטה ממדרגת האדם ולמעלה ממדרגת הקוף, אחר שהגיע להם תמונת האדם ותארו והכרה יותר מהכרת הקוף.
[5].  זה לשונו (פרק י"ב מהלכות איסורי ביאה, הלכה י'): ישראל הבא על הכותית בין קטנה בת שלש שנים ויום אחד בין גדולה בין פנויה בין אשת איש ואפילו היה קטן בן ט' שנים ויום אחד כיון שבא על הכותית בזדון ה"ז נהרגת מפני שבא לישראל תקלה על ידיה כ'בהמה'.

הקדמה

פון די מינוט וואס א מענטש ווערט געבוירן, ביז ווילאנג זיין מוח דינט אים, גייט דורך אינעם מוח פון א מענטש טריליאנען מחשבות, יעדער ריר פונעם מענטש איז א דאנק זיינע מחשבות, באוואוסטזיניגע און פון אונטערן באוואסטזיין, דאס איז זיין לעבן, דאס שטעלט אים אויס זיין לעבן, צו גוט אדער צו שלעכט, מחשבות איז עפעס וואס איז נישט שייך אפצושטעלן, און, ווען עולם כמנהגו נוהג, פארשטייט יעדער אז מען קען נישט הייסן "טראכט נישט", און אז מען קען עס נישט קאנטראלירן מיט די געוואלד, און אין די היינטיגע פרייער וועלט, איז יעדער מענטש בארעכטיגט אויסצודריקן זיינע מחשבות, און כל שכן אז יעדער מענטש איז בארעכטיגט צו זיינע "אייגענע" מחשבות.
דאס אלעס איז ווען עולם כמנהגו נוהג, און מען לעבט צווישען רעכט דענקיגע מענטשען וואס פארשטייען די פשוט'ע יסודות'דיגע רעכט'ן פון יעדען יחיד.
וואס טוט זיך אבער ווען מען ווערט ערצויגן אין א קולט (נישט קיין ט"ס איך שרייב דירעקט 'קולט' נישט 'קולטער') וואו מען באקומט נישט דעם רעכט, נאר דיינע מחשבות ווערן קאנטערלירט פונעם טאג וואס מען ווערט געבוירן, און דערוואגען זאלסטו דיר יא צו טראכטען מיט דיין אייגענע מוח, אפילו און זאכן וואס ווערן אנגעקוקט אלס אפשר אויסגעהאלטן, און כל שכן וכל שכן אויב גייט עס ח"ו קעגן די ווינט און מחשבות פון די מנהיגי העדה, און\אדער זייערע אזויגערופענע "הייליגע" ביכער, דאן ביסטו נישט ווערט קיין גרינער גרייצער, און אלע אויסגערופנע גוטע מדות, די אומבאשרייבליכע חסד פון די רחמנים בני רחמנים, צורינט ווי ווילדע געדאנקען פון א דריי יעריג קינד.
און ממש אזוי (נישט ממש אזוי, איך האב אביסל מגזם געווען, עס איז א שיין ביסל ערגער פון דעם) אין אזא קולטער איז דער שרייבער פון די שורות אויפגעוואקסען.
און, ער איז נעבעך געווען א דורכפאל פון די ערשטע מינוט.
אנגעהויבן מיט'ן וועלן פארשטיין פשוטע מנהגים, פון דארטן צו הלכות, ביזען וועלן פארשטיין די יסודות האמונה, און פון דארטען ביזען ביטערן מחשבה פון מאן יימר אז דער "יודע מחשבות" איז בכלל א דבר שבא לעולם, און טראכטען אז הבל הבלים הכל הבלים, אין כאן לא בורא ולא מנהיג, ואין כאן לא איסור ולא חרם און די וועלט איז פריי.
אודה ולא אבוש, עס האט מיר גענומען א שיין ביסל צייט ביז איך האב מיר ערלויבט מוציא צו זיין מיינע מחשבות מן הכח אל הפועל, אבער די צייט איז צו דעם אויך געקומען.
אבער, היות איך בין נאך אלס פארכאפט, און אפילו איך קען שוין זאגן אז מען זעהט שוין דעם וועג ארויס, איז עס נאך א לאנגער וועג, א וועג מיט אסאך מסירת נפש, א וועג מיט אסאך מיה און פלאג, פיזיש און גייסטיש, במחשבה און במעשה.
אבער, אויף אנצוהייבן, האבן מיר דאך - א דאנק די כופרים וואס טראכטען אז מען קען אויפבויען די וועלט מיט די אייגענע הענט - דעם אינטערנעט, וואו מיר קענען אויסדריקען אונזערע מחשבות (זרות - לשעבר), און, אפשר וועט דאס העלפן אנדערע אויך.
מיר האבן דירעקט גערופן דעם בלאג "מחשבות" וואס איז כולל הכל, ווייל דאס וועט זיין אונזער ציל, שרייבן פון אלעס וואס קען אויפקומען אין די געדאנק פונעם שרייבער אני הקטן, און אזוי אויך וואס אונזערע געטרייע ליינער וועלן אונז מזכה זיין דערמיט.
און, א דגוש מיוחד וועט געלייגט ווערן, היות ווי ווייט מיר ווייסען איז נאך נישטא איינער וואס טוט דאס אינעם אידישען שפראך, אויפצודעקן וואס טוט זיך מאחורי הפרגוד, קראנטע עוולות וואס ווערן געטוהן דורך די מנהיגי הקהלות בכל אתר ואתר, למען זכות את הרבים.
יעדער זאך, מעשה, ענין, אדער געדאנק, וואס איינער פילט פאר וויכטיג אז דאס דארף אויסגעשמועסט ווערן, ביטע אריינשיקן צו אונז, און מיר וועלן דאס פרובירן צו בארבעט'ן און מפרסם זיין.
אזוי אויך, וועט דא לויפן א סעריע פון "געדאנקען" אויף ביכער וואס מיר ליינען, און וואס זענען פון די "ספרי יסוד" פאר די "נושרים" פונעם חסידישען לעבנ'ס שטייגער, די געדאנקען וועלן אנטהאלטן פון פשוטע הערות, מקורות, הוספות, אייגענע ערפארונגען אינעם ענין, קשיות און תירוצים אין די ענינים, און ועל כולם, אויסשמועסן וואס די ספרי יהדות זאגן אויף דעם, און זעהן וואס לייגט זיך מער אויפ'ן שכל.
מיר הייבן אהן מיט'ן ערשטען קאפיטאל פונעם בוך "The God Delusion" פון ריטשארד דואקינס, "The God Hypothesis" און מיר האפען אין די קומענדיגע וואך מפרסם צו זיין די ערשטע ארטיקל אויף דעם, ווער עס האט עפעס געדאנקען אויף דעם ארטיקל ווערט געבעטען עס אריינצושיקען.
די אימעיל אדרעס איז: thoughts.blogpost@gmail.com
מיר זענען אויך אויף פעיסבוק, אונטערן נאמען מחשבות ומחשבות.