פון די מינוט וואס א מענטש ווערט געבוירן, ביז ווילאנג זיין מוח דינט אים, גייט דורך אינעם מוח פון א מענטש טריליאנען מחשבות, יעדער ריר פונעם מענטש איז א דאנק זיינע מחשבות, באוואוסטזיניגע און פון אונטערן באוואסטזיין, דאס איז זיין לעבן, דאס שטעלט אים אויס זיין לעבן, צו גוט אדער צו שלעכט, מחשבות איז עפעס וואס איז נישט שייך אפצושטעלן, און, ווען עולם כמנהגו נוהג, פארשטייט יעדער אז מען קען נישט הייסן "טראכט נישט", און אז מען קען עס נישט קאנטראלירן מיט די געוואלד, און אין די היינטיגע פרייער וועלט, איז יעדער מענטש בארעכטיגט אויסצודריקן זיינע מחשבות, און כל שכן אז יעדער מענטש איז בארעכטיגט צו זיינע "אייגענע" מחשבות.
דאס אלעס איז ווען עולם כמנהגו נוהג, און מען לעבט צווישען רעכט דענקיגע מענטשען וואס פארשטייען די פשוט'ע יסודות'דיגע רעכט'ן פון יעדען יחיד.
וואס טוט זיך אבער ווען מען ווערט ערצויגן אין א קולט (נישט קיין ט"ס איך שרייב דירעקט 'קולט' נישט 'קולטער') וואו מען באקומט נישט דעם רעכט, נאר דיינע מחשבות ווערן קאנטערלירט פונעם טאג וואס מען ווערט געבוירן, און דערוואגען זאלסטו דיר יא צו טראכטען מיט דיין אייגענע מוח, אפילו און זאכן וואס ווערן אנגעקוקט אלס אפשר אויסגעהאלטן, און כל שכן וכל שכן אויב גייט עס ח"ו קעגן די ווינט און מחשבות פון די מנהיגי העדה, און\אדער זייערע אזויגערופענע "הייליגע" ביכער, דאן ביסטו נישט ווערט קיין גרינער גרייצער, און אלע אויסגערופנע גוטע מדות, די אומבאשרייבליכע חסד פון די רחמנים בני רחמנים, צורינט ווי ווילדע געדאנקען פון א דריי יעריג קינד.
און ממש אזוי (נישט ממש אזוי, איך האב אביסל מגזם געווען, עס איז א שיין ביסל ערגער פון דעם) אין אזא קולטער איז דער שרייבער פון די שורות אויפגעוואקסען.
און, ער איז נעבעך געווען א דורכפאל פון די ערשטע מינוט.
אנגעהויבן מיט'ן וועלן פארשטיין פשוטע מנהגים, פון דארטן צו הלכות, ביזען וועלן פארשטיין די יסודות האמונה, און פון דארטען ביזען ביטערן מחשבה פון מאן יימר אז דער "יודע מחשבות" איז בכלל א דבר שבא לעולם, און טראכטען אז הבל הבלים הכל הבלים, אין כאן לא בורא ולא מנהיג, ואין כאן לא איסור ולא חרם און די וועלט איז פריי.
אודה ולא אבוש, עס האט מיר גענומען א שיין ביסל צייט ביז איך האב מיר ערלויבט מוציא צו זיין מיינע מחשבות מן הכח אל הפועל, אבער די צייט איז צו דעם אויך געקומען.
אבער, היות איך בין נאך אלס פארכאפט, און אפילו איך קען שוין זאגן אז מען זעהט שוין דעם וועג ארויס, איז עס נאך א לאנגער וועג, א וועג מיט אסאך מסירת נפש, א וועג מיט אסאך מיה און פלאג, פיזיש און גייסטיש, במחשבה און במעשה.
אבער, אויף אנצוהייבן, האבן מיר דאך - א דאנק די כופרים וואס טראכטען אז מען קען אויפבויען די וועלט מיט די אייגענע הענט - דעם אינטערנעט, וואו מיר קענען אויסדריקען אונזערע מחשבות (זרות - לשעבר), און, אפשר וועט דאס העלפן אנדערע אויך.
מיר האבן דירעקט גערופן דעם בלאג "מחשבות" וואס איז כולל הכל, ווייל דאס וועט זיין אונזער ציל, שרייבן פון אלעס וואס קען אויפקומען אין די געדאנק פונעם שרייבער אני הקטן, און אזוי אויך וואס אונזערע געטרייע ליינער וועלן אונז מזכה זיין דערמיט.
און, א דגוש מיוחד וועט געלייגט ווערן, היות ווי ווייט מיר ווייסען איז נאך נישטא איינער וואס טוט דאס אינעם אידישען שפראך, אויפצודעקן וואס טוט זיך מאחורי הפרגוד, קראנטע עוולות וואס ווערן געטוהן דורך די מנהיגי הקהלות בכל אתר ואתר, למען זכות את הרבים.
יעדער זאך, מעשה, ענין, אדער געדאנק, וואס איינער פילט פאר וויכטיג אז דאס דארף אויסגעשמועסט ווערן, ביטע אריינשיקן צו אונז, און מיר וועלן דאס פרובירן צו בארבעט'ן און מפרסם זיין.
אזוי אויך, וועט דא לויפן א סעריע פון "געדאנקען" אויף ביכער וואס מיר ליינען, און וואס זענען פון די "ספרי יסוד" פאר די "נושרים" פונעם חסידישען לעבנ'ס שטייגער, די געדאנקען וועלן אנטהאלטן פון פשוטע הערות, מקורות, הוספות, אייגענע ערפארונגען אינעם ענין, קשיות און תירוצים אין די ענינים, און ועל כולם, אויסשמועסן וואס די ספרי יהדות זאגן אויף דעם, און זעהן וואס לייגט זיך מער אויפ'ן שכל.
מיר הייבן אהן מיט'ן ערשטען קאפיטאל פונעם בוך "The God Delusion" פון ריטשארד דואקינס, "The God Hypothesis" און מיר האפען אין די קומענדיגע וואך מפרסם צו זיין די ערשטע ארטיקל אויף דעם, ווער עס האט עפעס געדאנקען אויף דעם ארטיקל ווערט געבעטען עס אריינצושיקען.
מיר זענען אויך אויף פעיסבוק, אונטערן נאמען מחשבות ומחשבות.
הצלחה רבה
השבמחקיישר כוח, ענדליך האבן מיר א בעל מחשבה וואס שרייבט זיינע געדאנקן דווקא אויף אונזער מאמע לשון. איך וואונטש אייך אסאך הצלחה און זאל דער בלאג מעלה בקודש זיין.
השבמחק