יום שני, 15 באפריל 2013

ביסטו קלוגער פונעם רמב"ם?

די ערשטע תגובה פון איינע פון מיינע גאר נאנטע, נאך א לאנגער שמועס וואס מיר האבן געהאט, וואו איך האב מיר געפענט אלע מיינע מחשבות, און די החלטה פון מיינע מחשבות, איז געווען, די אלעם באקאנטען שרייעדיגער שאלה: "דו האלט'ס אז ביסט קלוגער פונעם רמב"ם???", א באמבע נישט אזוי?, נא אוודאי האבן מיר אויף דעם אויך געהאט א מהלך המחשבה און דאס וויל איך דא מיטטיילען.
צו ענטפערן דעם "קשיא" קען מען אויף אסאך וועגן, ראשית כל איז דאס גאר פשוט, ניין איך האלט נישט איך בין קלוגער פון אים, (אפילו יכול להיות, אז עס איז געווען, און עס איז דא קלוגערע פון אים, אבער גערעכט, איך פערזענליך האלט נישט אז איך קום אהן לקרסילי רגליו, און בו בזמן בין איך עפעס נישט איבערצייגט און 'פאקט' אז היינט איז נישטא קיין קלוגערע) אבער, איך האב צוטריט צו סאך מער אינפארמאציע, און ידיעות פון וואס ער האט געוואוסט, און ממילא איז מסתבר צוזאגן אז דער רמב"ם וואס איז שטארק ביי דער מיינוג אז מציאות איז מציאות, און איינער וואס גלייבט און עפעס וואס איז קעגן מציאות פשוט ווייל אין א פסוק אדער א גמרא שטייט אזוי, שרייבט דער רמב"ם אז אזא איינער איז א נער[1], איז מסתבר אז אויב וואלט ער געווען היינט און געזעהן און געוואוסט וואס מיר ווייסן היינט, וואלט ער גאר איבערגעשטיגן ריטשארד דואקינס, און טאקע ווייל ער איז געווען קלוגער פון אים.
אבער דאס איז אלעס שיינע טעאריעס, איך מיין אבער אז דער ענין איז סאך פשוטער.
איך וויל דא צוברענגן אפאר "פאקטן" וואס דער רמב"ם ברענגט, און לאז מיר זעהן ווער ווייסט בעסער (און געוויסע ענינים האט מיר אסאך געהאלפן מיין ידיד נאמן, ירון ידען, סיי פון זיינע ארטיקלען אויף "דעת אמת" און סיי פריוואט, יישר כח, והצלחה בכל מעשי ידיך), איך וועל ברענגן צוויי נקודות, גרונטליך, ואידך זיל גמור, עס איז דא נאך אסאך.
ווי באקאנט האט דער רמב"ם אסאך עוסק געווען אינעם "מנין המצוות", די מסורה, און ווי עס שטייט אין חז"ל (מכות כ"ג) איז אז עס איז דא 613 מצוות, צו עס איז באמת אזוי, איז א שמועס פאר זיך, לכאורה איז דאס אויך איינע פון די זאכן וואס זענען נישט מדויק אין דברי חז"ל, און זענען קיינמאל נישט געשריבען געווארן אדעתא דהכי אז מען זאל דאס אננעמען אלס א מציאות, אבער ווי אלע אנדערע ענינים וואס ווערן געברענגט אין גמרא, איז דאס מיט די יארן אנגענומען געווארן אלס א מציאות, און ווער עס זאגט אנדערש איז א כופר בתורת משה,[2] וכו', עכ"פ די רמב"ם נעמט אזוי אהן, און אויף דעם האט ער ארויסגעגעבן א "ספר המצוות" וואו ער רעכענט עס אויס.
איז אין ספר המצוות מצוה לא תעשה קע"ז רעכענט ער אויס אלס א מצוה בפני עצמו, די איסור פון עסן שרצים ורמשים וואס ווערן באשאפען פון שימל, ואינם פרים ורבים, דאס מיינט זיי קענען נישט האבן קיין קינדער, איז ווען איינער עסט אזא שרץ איז ער עובר אויף נאך א לאו, וזה לשונו: שהזהירנו מאכול השרצים המתהוים מן העפושים אף על פי שאינן מין ידוע, "ולא יתהוו מזכר ונקבה" והוא אמרו ולא תטמאו את נפשותיכם בכל השרץ הרומש על הארץ, ולשון ספרא השרץ הרומש על הארץ, אף על פי שאינו פרה ורבה וזהו ההפרש בין אמרו השרץ השורץ על הארץ ובין השרץ הרמש על הארץ, כי השרץ השורץ הוא השרץ שיש בו כח המוליד לדומה כי הוא ישריץ על הארץ, והשרץ הרומש הוא השרץ המתהוה מן העפושים שלא יוליד הדומה לו, עכ"ל, און אין מצוה קע"ט, לייגט ער נאך צו, קעגן די וואס טענה'ן אז די שרצים וואס ווערן געבוירן פון שימל קענען אויך האבן קינדער, שרייבט ער א שארפע לשון: "ואינו נמנע, התילד הצרעה או הנמלה או זולתם ממיני העופות והשרצים מן העפושים ובתוך האוכלים, אלא אצל הסכלים שאין להם ידיעה בחכמת הטבע, עכ"ל, אבער מיר וואס ווייסען יא חכמת הטבע ווייסען אז עס איז נישטא אזאנס, און די שרצים וואס ווערן באשאפען פון זיך אליין "קענען נישט" האבן קיין קינדער.
איז לאז מיר פארשטיין וואס דער רמב"ם טוט דא: עס איז דא 613 מצוות, איינע פון זיי איז די מצוה אז מען טאר נישט עסן קיין שרצים וואס ווערן באשאפען פון שימל, היות זיי קענען נישט האבן קיין קינדער, און דאס איז איינע פון די מצוות וואס דער בורא העולם האט אונז באפוילן דערמיט.
אבער איין מינוט, דער רמב"ם ווייסט פאר א פאקט, און אויב איז דאס תורת אמת, איז פשט אז דער תורה ווייסט פאר א פאקט, אז עס איז דא אזוי מציאות, וואס טוען מיר אבער אז "לא היו דברים מעולם" עס עקזסיטירט נישט, און עס איז קעגן די מציאות העולם, שרצים וואס ווערן באשאפען פון שימל!!!
איז וואס קומט ארויס דער סך הכל דא איז, אז לויט'ן רמב"ם אליין וואס שרייבט אין מורה נבוכים, אז מען קען זיך נישט פארלאזען אויף דברי חז"ל וואס זענען נגד המציאות, און עס איז דאך א דבר פשוט אז הוא הדין, וכל שכן דברי עצמו אויב איז עס נגד המציאות, און, אויב איינע פון די 613 מצוות זענעם קעגן מציאות, איז סך הכל נאר דא 612 מצוות! לפי הרמב"ם....
האבן מיר שוין איין דוגמא פון די "אייביגע" חכמה פונעם רמב"ם.
נאך איין דוגמא (עס איז דא נאך אסאך, אבער לתועלת המאמר, וועלן מיר זיך האלטן צו "קורץ און שארף"), וואס איז ברור כשמש אז דער רמב"ם האט ווייט נישט געוואוסט די "מציאות'דיגע" ענינים וואס מיר ווייסן היינט, איז, פון וואס די שטערנ'ס וואס מיר זעהן אין הימל (נישט די פלאנעט'ן[3]) זענען געמאכט, די רמב"ם שרייבט אז עס איז צוזאמגעשטעלט פון א פאר מיני גאזען, עפעס וואס מיר ווייסען היינט פאר א מציאות אז עס איז נישט אמת, פאר מער דערוועגן ליינט דא: https://en.wikipedia.org/wiki/star על כל פנים נאך א פשוטער מציאות'דיגע טעות וואס דער רמב"ם האט געהאט.
און דאס נעמט נישט אוועק פון זיין גדלות און קלוגשאפט, דאס מיינט נאר אז מיר ווייסען היינט מער ווי ער האט געוואוסט, און טאקע דער רמב"ם אליין, איז שטארק מסתבר, וויבאלד ער איז א שטארקע חסיד פון פאקטן, ווען ער וואלט היינט געווען, וואלטן מיר געהאט א "מורה נבוכים" אויפצו ווייזען די פאלטשקייט פון רעליגיע (נאר מיין השערה).
איז סך הכל אויב איינער פרעגט דיר די שווערע קשיא: ביסט קלוגער פונעם רמב"ם??? דו פארשטייסט דען בעסער פון אים???
איז די ענטפער, ניין, איך בין נישט קלוגער פון רבי משה בן מימון.
אבער איך בין יא קלוגער, און איך פארשטיי יא בעסער, פון:
·        זאגן אז עס ווערן באשאפען שרצים פון שימל.
·        זאגן אז שטערענס זענען געמאכט פון געז.
·        פון צו זאגן אז שווארצע זענען ענדליך צו מאנקי'ס[4].
·        פון צו זאגן אז אויב א איד רעיפט א דריי יעריג נישט אידיש מיידל, דארף מען איר הארגנען, אבער נישט דעם איד[5].
·        און אויף נאך צענדליגער זאכן.
און ממילא, בין איך אויך קלוגער פונעם מורה נבוכים צו זאגן אז עס:
·        מוז נישט זיין אז יש מנהיג לבירה.
·        מוז נישט זיין אז יש תורה משמים.
·        מוז נישט זיין אז יש בורא לעולם.
·        און מוז נישט זיין אז אית דין ואית דיין.
און נאך אלעם איז דאס נישט מער פון מיינע מחשבות, והרשות נתונה צו יעדען יחיד'ס "מחשבות" זיך צו קריגן דערמיט.

די קומענדיגע ארטיקל וועט זיין אינעם נושא פון אוממענטשליכע זאכן וואס ווערט געברענגט אין די תורה.
חומר מתקבל בהערצה אויף: thoughts.blogpost@gmail.com



[1]. לדוגמא, אינעם נושא פון ידיעות חז"ל אין אסטרנאמיע, שרייבט דער רמב"ם אזוי: אל תדרשו ממני להתאים כל ענייני האסטרונומיה שהם ציינו אל המצב כפי שהוא, כי המתמטיקה היתה לקויה באותם זמנים, וכו', "אלא כל מה שאפשר לבאר דברי האדם שיהא תואם את המציאות שהוכחה מציאותה", הוא יותר עדיף ונכון, עכ"ל במורה נבוכים (חלק ג' פרק י"ד), און אנדערע ווערטער, מען קען נישט אננעמען דברי חז"ל אלס א מציאות, היות זיי האבן נישט געוואוסט די מציאות, און אזוי ברענגט ער נאך כמה פעמים אין מורה נבוכים.
[2]. און ווי ערווארטעט, טרעפן מיר טאקע די ראשונים, וואס זענען "כופרים" לויט די היינטיגע אמונה, וואס זענען טאקע מחולק מיט די גמרא, און דאס איז דער אבן עזרא, און דער רלב"ג.
דער אבן עזרא שרייבט אין זיין ספר יסוד מורא וסוד תורה (שער ב') וז"ל: ועל דרך מחקר האמת, אין קץ למספר המצוות, כאשר אמר המשורר (תהילים קי"ט, צ"ו) לכל תכלה ראיתי קץ, רחבה מצוותך מאד, ואם נספור רק הכללים והעיקרים ומצווה שהיא עומדת לעד, אין המצוות עשירית משש מאות ושלוש עשרה, עכ"ל, אין אנדערע ווערטער רעכן ווי אזוי די ווילסט, אבער אדער איז דא סאך מער, אדער סאך ווייניגער, איי די גמרא? ער איז געווען 'קלוגער' פון צו זאגן אז וואס די גמרא זאגט איז אמת...
דער רלב"ג (פרשת בא) שרייבט אז די מספר איז נאר בערך, און היות דער מספר שטימט מיט די 248 אברים און 356 גידים (אממ... אויך נישט קראנט... אבער נישט יעצט) איז הדרש נדרש, אבער נישט אז דאס איז עס.
[3]. וואס אין דעם איז - דרך אגב - אויך דא א יסודות'דיגע טעות אין חז"ל כלפי די לבנה, וואס איז באמת נישט קיין פלאנעט פאר זיך, נאר איז א שטערן וואס געהערט צו פלאנעט ערד, (און דרייט זיך ארום די ערד, נישט ווי אלע אנדערע כוכבי לכת וואס דרייען זיך ארום די זון) אזוי ווי אלע אנדערע פלאנעט'ן האבן אויך לבנות וואס דרייען זיך ארום זיי, און איז נישט קיין פלאנעט פאר זיך, און דאס איז לכאורה א תוצאה פון די טעות פון חז"ל אז די זון דרייט זיך ארום די ערד, ואכ"מ.
[4]. זה לשון הרמב"ם (מורה נבוכים, ח"ג, פרק נ"א): והנני מפרש לך זה המשל אשר חדשתי לך ואומר, אמנם אשר הם חוץ למדינה הם כל איש מבני אדם שאין לו אמונת דת, לא מדרך עיון ולא מדרך קבלה, כקצות התורן, המשוטטים בצפון, והכושיים, המשוטטים בדרום, והדומים להם מאשר אתנו באקלימים האלה. ודין אלו כדין בעלי חיים שאינם מדברים, ואינם אצלי במדרגת בני אדם, ומדרגתם בנמצאות - למטה ממדרגת האדם ולמעלה ממדרגת הקוף, אחר שהגיע להם תמונת האדם ותארו והכרה יותר מהכרת הקוף.
[5].  זה לשונו (פרק י"ב מהלכות איסורי ביאה, הלכה י'): ישראל הבא על הכותית בין קטנה בת שלש שנים ויום אחד בין גדולה בין פנויה בין אשת איש ואפילו היה קטן בן ט' שנים ויום אחד כיון שבא על הכותית בזדון ה"ז נהרגת מפני שבא לישראל תקלה על ידיה כ'בהמה'.

7 תגובות:

  1. ראשית, א שיינעם דאנק פארן נעמען זיך די מיה צו שרייבן עניני מחשבה

    בעניין פריה ורביה ביי שקצים ורמשים, שוין אסאך דעבאטירט געווארן ציווישן די פרומע און די נישט גלויביגע, לדוגמה א מאמר פון פרופסור מרדכי כסלו, א פרומער בעל תשובה און א מומחה אין בייאלאג'י און בוטעניקס
    http://www.daat.ac.il/daat/kitveyet/shana/hahoreg-4.htm


    דיין החלטיות אז א לבנה איז קיין פלאנעט (ובלשון חז"ל א 'כוכב') איז נאר רעלעווענט אין העליאוסענטעריזם, מה שאין כן אין די (דעמאלסדיגע) טעאריע פון ג'יאוסענטעריזם איז בכלל נישט מאדנע צו רעכנען א לבנה אלס א פלאנעט.


    לידיעתך, האלב פון די פלאנעטן אינעם סאולער סיסטעם (די פיר גרעסערע) זענען דווקא יא געז עלעמענטן, עיין
    http://en.m.wikipedia.org/wiki/Gas_giant

    דער רמב"ם וועגן די כושיים, ס'איז נישט משמע אז ער קאטעגאראזירט זיי ערגעץ ציווישן מענטשן און מאלפעס געבויט אויף זייער ענדליכקייט אינעם די.ען.עי. אדער אבולוציענערישע פאזע (ווי טייל אנאלעבאיאלעג'יסטן האלטן), נאר ענדערש אויף זייער מענטשליך אומאנטוויקעלקייט אין דעת און עטיקס, דאס זעלבע וואלט היינט צוטאגס דער רמב"ם פונקט אזוי געקענט שרייבן אויף געוויסע טיילן מבני עמו.

    א דעבאטע איבער בארבארישע און צוריקגעשטאנענע הלכות איז אן ארגומענט איבער "תועלת" פון רעליגיע (א סוגיא וואס באלאנגט טאקע פאר מר. דאוקינס), נישט איבער אמת און שקר פון א סייענטיפישער קוק ווינקל.

    השבמחק
    תשובות
    1. וועגן די לבנה, דאס איז וואס איך שרייב.
      מיין נקודה דא איז ניר ארויסצוברענגן, אז מען דער רמב''ם האט זיך טועה געווען אין פאקטן, און מיר ווייסן יא מער פון אים, מילא האבן מיר די רעכט צו צוקומען צו אנדערע החלטות פון אים.

      וועגן פלאנעטען, ליין איבער, איך בין מדייק שטערנ'ס, נישט פלאנעטען, אין לשה''ק, איך רעד נישט פון די כוכבי לכת.

      וועגן די שווארצע, די נקודה איז, אז דער רמב''ם שטעלט אראפ כללים לויט וואס ער האט געזעהן, אפילו עס איז נישט ממש אזוי, דאס ווייסט איבער, אז ער שרייבט נישט קיין מציאות'דיגע זאכן, נאר וואס ער האט געזעהן האט ער אנגענומען אלה פאקטן, און אפילו בימיו האט אין אפריקה נישט געפעהלט קיין נארמאלע שווארצע, די רמב''ם האט זיי פשוט נישט געזעהן.

      וועגן אוממענטשליכקייט אין די תורה, ליינט מיין הקדמה, מיר שרייבן אונזערע 'מחשבות' לאו דווקא סייענטיפישע ענינים.
      אבער ביסט בכלל ראנג מיט דעם, מער אין קומענדיגען מאמר.

      מחק
    2. כ'וואלט געקענט נוצן א מראה מקום אין רמב"ם וועגן די מאטריאל פון stars

      מחק
    3. משנה תורה, הלכות יסודי התורה פרק ג'.
      די טעותים זענען מרפסין איגרא.

      הלכה א
      הגלגלים הם הנקראים שמים ורקיע וזבול וערבות והם תשעה גלגלים גלגל הקרוב ממנו הוא גלגל הירח והשני שלמעלה ממנו הוא גלגל שבו הכוכב הנקרא כוכב וגלגל שלישי שלמעלה ממנו שבו נוגה וגלגל רביעי שבו חמה וגלגל חמישי שבו מאדים וגלגל ששי שבו כוכב צדק וגלגל שביעי שבו שבתי וגלגל שמיני שבו שאר כל הכוכבים שנראים ברקיע וגלגל תשיעי הוא גלגל החוזר בכל יום מן המזרח למערב והוא המקיף ומסבב את הכל וזה שתראה כל הכוכבים כאילו הם כולם בגלגל אחד ואף על פי שיש בהן זה למעלה מזה מפני שהגלגלים טהורים וזכים כזכוכית וכספיר לפיכך נראים הכוכבים שבגלגל השמיני מתחת גלגל הראשון.

      הלכה ב
      כל גלגל וגלגל משמונה הגלגלים שבהם הכוכבים נחלק לגלגלים הרבה זה למעלה מזה כמו גלדי בצלים מהן גלגלים סובבים ממערב למזרח ומהן סובבים ממזרח למערב כמו הגלגל התשיעי החוזר ממזרח למערב וכולן אין ביניהם מקום פנוי.

      הלכה ג
      כל הגלגלים אינן לא קלים ולא כבדים ואין להם לא עין אדום ולא עין שחור ולא שאר עינות וזה שאנו רואין אותם כעין התכלת למראית העין בלבד הוא לפי גובה האויר וכן אין להם לא טעם ולא ריח לפי שאין אלו המאורעין מצויין אלא בגופות שלמטה מהן.

      הלכה ד
      כל הגלגלים האלו המקיפין את העולם הן עגולין ככדור והארץ תלויה באמצע ויש למקצת מן הכוכבים גלגלים קטנים שהן קבועים בהן ואין אותם הגלגלים מקיפין את הארץ אלא גלגל קטן שאינו מקיף קבוע בגלגל הגדול המקיף.

      הלכה ה
      מספר כל הגלגלים המקיפין את כל העולם שמונה עשר ומספר הגלגלים הקטנים שאינן מקיפין שמונה וממהלך הכוכבים וידיעת שיעור סביבתן בכל יום ובכל שעהו ומנטייתן מרוח דרום לרוח צפון ומרוח צפון לרוח דרום ומגבהן מעל הארץ וקריבתן יודע מספר כל אלו הגלגלים וצורת הליכתן ודרך הקפתן וזו היא חכמת חשבון תקופות ומזלות וספרים רבים חיברו בהן חכמי יון.

      הלכה ו
      גלגל התשיעי שהוא מקיף את הכל חלקוהו החכמים הקדמונים לשנים עשר חלקים כל חלק וחלק העלו לו שם על שם צורה זו שתראה בו מן הכוכבים שלמטה ממנו שהם מכוונים תחתיו והם המזלות ששמותם טלה שור תאומים סרטן אריה בתולה מאזנים עקרב קשת גדי דלי דגים.

      הלכה ז
      גלגל התשיעי עצמו אין בו לא חלוקה ולא צורה מכל הצורות האלו ולא כוכב אלא בחיבור הכוכבים שבגלגל השמיני הוא שיראה בכוכבים גדולים שבו תבנית הצורות האלו או קרוב מהן ואלו השנים עשר צורות לא היו מכוונות כנגד אותן החלקים אלא בזמן המבול שאז העלו להן שמות אלו אבל בזמן הזה כבר סבבו מעט לפי שכל הכוכבים שבגלגל שמיני כולם סובבים כמו השמש והירח אלא שהן סובבין בכבידות וחלק שיתהלך השמש והירח כנגדו ביום אחד ילך כנגדו כל כוכב מהן בקירוב משבעים שנה.

      הלכה ח
      כל הכוכבים הנראים יש מהן כוכבים קטנים שהארץ גדולה מאחד מהן ויש מהן כוכבים גדולים שכל אחד מהן גדול מן הארץ כמה פעמים והארץ גדולה מן הירח כמו ארבעים פעמים והשמש גדולה מן הארץ כמו מאה ושבעים פעמים נמצא הירח אחד מששת אלפים ושמונה מאות מן השמש בקירוב ואין בכל הכוכבים כוכב גדול מן השמש ולא קטן מכוכב שבגלגל השני.

      הלכה ט
      כל הכוכבים והגלגלים כולן בעלי נפש ודעה והשכל הם והם חיים ועומדים ומכירין את מי שאמר והיה העולם כל אחד ואחד לפי גדלו ולפי מעלתו משבחים ומפארים ליוצרם כמו המלאכים וכשם שמכירין הקדוש ברוך הוא כך מכירין את עצמן ומכירין את המלאכים שלמעלה מהן ודעת הכוכבים והגלגלים מעוטה מדעת המלאכים וגדולה מדעת בני אדם.

      מחק
    4. אמת, מרפסין איגרא, אבער נישט דאס האב איך געבעטן.
      (האסט נישט געמיינט אז כ'געדענק נישט דעם רמב"ם, אמת?)

      מחק
  2. א ריזן דאנק פאר דעם ארטיקל, זייענדיג אין אן ענליכע פאזיציע ווי איר, איז די ארטיקל כמים קרים על נפש עייפה. און איך -און איך בין זיכער אז נאך אנדערע מחשבה נוצערס בתוך מחנינו - דאנקן און קוקן ארויס אויף נאך.

    btw פארשידענע היסטאריקער (לדוגמא Leo Strauss ) האבן געהאלטן אז דער רמבם איז גאר געווען א באהאלטענער אטעאיסט, אבער דאס איז לכאורה אן עקסטערע באהאנדלונג פאר זיך.

    א גרויסן דאנק נאכאמאל.

    השבמחק
  3. יישר כוח פאר דעם ארטיקל, ולגופו של הקשיא; איז בכלל קיין נפקא מיניה נישט ווי קלוג איינער איז, מען דארף נישט זיין קלוגער פון איינעם צו קענען חולק זיין אויף אים, עס איז פארהאן גענוג גאר קלוגע מענטשן אויף די וועלט וואס גלייבן אין פשוטע נארישקייטן, אז איינער איז קלוג מיינט נישט אז ער איז אויך גערעכט.

    מיר דארפן נישט האלטן פון כל דברי הרמב"ם בלויז ווייל ער איז געווארן אנגענומען אלץ אן אוטוריטעט פיגור און ממילא איז אלעס וואס ער זאגט אמת.
    מיר דארפן קוקן וואס דער מענטש זאגט און נישט ווער עס זאגט עס, צו שטימען זיינע רייד מיט דעם מציאות און עטישקייט וכו'.

    השבמחק