איך האב נישט געפלאנט צו שרייבן
דערוועגן, פשוט ווייל נישט אויף יעדע זאך וואס איז אין די נייעס מוז איך עפעס
זאגן, און אליבא דאמת אפילו יעצט בעת איך שרייב ווייס איך נאכנישט צו איך וועל עס
ארויפשטעלן צו נישט, אבער איך פיל ווי איך מוז מיטטיילן מיינע שטורמישע מחשבות,
און הלוואי קען מיר איינער בארואיגן, און אויפווייזען אז איך בין מיר טועה מיט
דעם.
דעם מאנטאג בין איך געזיצען און
געקוקט טעלאוויזשען (אנטשולדיגט, אבער איך שעם מיר נישט מיט דעם) בשעת
לאנטש, ארום דריי אזייגער, אזוי ווי יעדן טאג, ווען אינמיטן איז עס אפגעהאקט
געווארען מיט די Braking news וועגן די אויפרייסן אין ביי די באסטאן
מאריטאן, פאר מיר, א ניו יארקער איינוואוינער וואס האט מיטגעהאלטן די שוידערליכע 9/11
אטאקעס מיט מיינע אייגענע אויגן (אריינגרעכענט די צווייטע קראך), האט עס מיר
אויפגעשאקלט, און איך בין פאר א שטיק צייט פשוט נישט געווען מסוגל צו טראכטען גראד
און ווי שפעטער עס איז געווארען, און מען האט געהערט די שרעקליכע תוצאות 3 טויטע,
און איבער 170 פארוואונדעטע, איז עס מיר געווען ממש קאשמאר.
און ניין, נישט איך נישט מיין משפחה,
און אויף ווי ווייט איך ווייס קיינער פון מיינע נאנטע זענען נישט געווען דארט, איך
קען נישט קיינעם פון דארט, עם כל זה האט עס מיר באמת וויי געטוהן, פארוואס? איך
ווייס נישט, קודם כל פשוטע מענטשליכע געפילן צו אנדערע אומשולדיגע מענטשען וואס
ליידן, און, יא, די עצם פאקט אז מיין לאנד איז אונטער אטאקע שטערט מיר, איך מיין
אז דאס אלעס איז נישט מער ווי פשוטע נאטורליכע מענטשליכע געפילן, וואס יעדער
נארמאלע מענטש מיט א שכל הישר פילט.
פיין דאס איז אבער נארמאל, פאר דעם דארף
איך מיר נאכנישט אראפ זעצען שרייבן.
ביינאכט, פאל איך אריין אין בית המדרש
(משום
והייתם נקיים: אויף צו שמועסן נישט אויף צו דאווענען) און איך ווער שאקירט; די וואס ווייסען דערפון, זענען נאר דן אויב עס איז געווען אידישע
קרבנות, און די וואס הערן דערפון די ערשטע מאל, איז זייער ערשטע תגובה: עפעס אידן?
וכדומה, און אז מען הערט אז נישט, דאן קען מען גיין ווייטער כאילו לא היה, און צו
זיין קראנט, מען וועט אפשר פונקטליך דורכטוהן אלע דעטאלן, מיט אלע פאליטשע
חשבונות, וואס מען דארף יא און וואס מען דארף ווען נישט טוהן, ממש זייענדיג זיכער
אז דער איינציגסטער זאך וואס פעהלט פאר די FBI איז א מקוה.
אבער דאס מינדעסטע מיט-געפיל? עה, מאן
דכר שמיה, אויב איינער ברענגט יא ארויף עפעס א ווייטאג, ווערט געפענט אפאר אויגן
אויף אים, און אויב איינעם'ס אנטווארט צו די נייעס איז "אוי וויי" איז
עפעס געשעהן צו איינעם?, וועט מען אים גלייך בארואיגען ער זאל זיך נישט זארגען, עס
איז גאר נישט געשעהן צו קיין אידן.
און איך שטיי און די זייט, און פיל
ווי איך האלט עס נישט אויס, שומו שמים וואו איז
דאס מענטשליכע געפיל?
וואו איז דאס
נאטורליכע מיטלייד צו לאנד'ס מענטשען? נאר אויף צו נעמען געלד זענען די
"בשר חמורים בשרם" (א לשון וואס איינער האט מיר נאכגעזאגט מאנטאג
נאכט, אלס א ביאור פארוואס עס שטערט אים נישט) ווערט???
דאס זענען די רחמנים
בני רחמנים?
דאס לערנט רעליגיע?
איך האב פשוט געשפירט וואו די
"כי אתם המעט מכל העמים" באקומט א נייער פשט, עטץ זענען די ערגסטע פון
אלע פעלקער, חסידישע אידן זענען די געמיינסטע פונעם מענשטליכער מין "אויב דאס
איז זייער בליק און לעבן" און עטס שעמט'ס ענק נישט זיך צו פאררופן אלס עם
הנבחר??? חוץ א גרופע עקסטערמע ראסיסטן זעה איך נישט גארנישט און ענק.
איך מוז מיר
אנטשולדיגען פאר די שארפע שפראך, איך פראביר פשוט ארויסצוברענגן ווי אזוי איך האב
געפילט ביי מיר.
און איך שטיי און טראכט צו מיר, דא
בין איך אויפגעוואקסען? אזוי האב איך אמאל געטראכט? עס איז מיר געווען א ריכטיגע Culture shock.
קום איך אהיים טראכט איך צו מיר, לאז
מיר אביסל נאכגעקוקן און ספרים, איז דאס דער תורה'דיגער בליק, אדער נאר דער בליק
פונעם קולט וואס פאררופט זיך אויף די תורה?
און די תוצאות האבן מיר נאכמער
שאקירט.
עס איז נישט קיין סוד אז די תורה איז
געפערליך ראסיטיש, און נאך מער דער שולחן ערוך, אבער ווען מען זעהט דאס בפנים,
בפרט ווען מען רעדט בפרטיות דערפון, צושאקלט עס יעדן רעכט דענקיגען מענטש.
איך וועל פראבירן צוצייכענען צו אפאר
פון די ענינים מיט וואס איך בין און באריר, ואידך זיל גמור, און הלוואי שטעיתי.
ביז אהער איז וואס איך האב געשריבען
פאר שבת. און דורכאויס שבת האב איך פרובירט צוזאמצושטען א ליסט מיט מראי מקומות
פון ספרי יהדות אין דעם נושא פון "היחס בין ישראל לאומות". געפלאנט האב
איך אראפצוברענגן א רשימה פון לערך 10 מראי מקומות, ואידך זיל גמור.
אבער, נאך אפאר מינוט האב איך גאר
שנעל איינגעזעהן אז הזמן יכלה והם לא יוכלו, וואו מען קוקט נאר, אנגעהויבן פון די
תורה, ביז די גאר לעצטע ספרי אחרונים, זעהט מען א רעליגיע מיט א עקסטרעם שטארקע
ראסיזסים, אזוי ווייט אז דער קוראן קען זיך פארשטעקן פאר אונז, פונעם לא תחיה כל
נשמה אין די תורה[1] ביז די הנחה
אז בשר חמורים בשרם,[2] און איינער
וואס הארג'עט א גוי איז עובר אויף בל תשחית, טעות עכו"ם מותר, ועוד הרבה.
האב איך געטראכט פון מעתיק זיין אפאר,
ווייס איך דאך אז עס וועלן זיין אזאלכע וואס וועלן זיך ארויפכאפן דירעקט אויף די,
און פרובירן צו פארדרייען א קאפ מיט דעם, מילא וועל איך לאזן יעדעם איינעם אליין
נאכקוקן ווי מען קוקט נאר זעהט מען די אוממענטשליכקייט וואב ליגט אין רעליגיע
בכלל, און אין אידשקייט בפרט.
איז סך הכל: די אנטי-מענשליכע געפילן וואס
מען טרעפט ביי אידישקייט, איז נישט זייער שולד[3] דאס
איז וואס די תורה לערנט זיי, און דאס איז וואס אידישקייט לערנט זיי.
און אויב איינער
וועט דיר אמאל זאגן אז אידישקייט און די תורה לערנען מענטשליכקייט, רחמנות, און
חסד, זאלסטו וויסן זיי דיר קלאר, אז ניין אידישקייט לערנט ראסיזים,
אוממאראלישקייט, און רייסט אויס יעדע נאטורליכע מענטשליכע געפיל.
נ.ב. איך אנטשולדיג
מיר פארן שארפען שפראך איך ווייס אז איך וועל פארשריגען ווערן אלס א "Self
hating Jew",
נארמאל איז אין דרכי בכך, דאס איז נישט מיין שפראך, אבער מיר האט מען אויסגעלערנט
אז אויב עס טוט ווי שרייט (שרייבט) מען.
[1]. איך וויל דא ארויס ברענגן א נקודה
חשובה, וואס איינער פון מיינע נאנטע ידידים (וואס קומט אים אסאך
קרעדיט פאר דעם בלאג, און איך האף אים צו האבן אלס א שרייבער דא מזמן לזמן) האט מיר
אויפגעמערקט: ביי אידן ווייסט מען אז די קריסטן זענען ממש רוצחים, און ספעציעל די
אינקוויזיציע אין שפאניע, פארן גירוש און פאר די רציחות נאכדעם אויף אלע אנוסים.
און איך בין מסכים צודעם, הארגענ'ן
אין נאמען פון גאט איז א געפערליכער אוממאראלישקייט, א עון בל יכופר, אבער דאס איז
געווען די דרך פון רעליגיע מיום הווסדה.
לאז מיר אבער זעהן וואס די קריסטן
האבן געטוהן: זיי גלייבן מיט אן אמת אז זיי האבן א חוב קדוש צו מקרב זיין וועם מען
קען נאר "תחת כנפי השכינה" און זיי ראטווען פון גיהנם דורך זיי אריבער
פירן צו קריסטנטום, און צו אמונה און ישו.
זיי האבן א לאנד וואס הייסט שפאניע,
זיי פארשטייען מיט א קלארקייט אז דער רצון הבורא איז אז אלע איינוואוינער דארט
זאלן זיין קריסטן (ממש ווי די תורה זאגט אז ווען יד ישראל תקופה זענען זיי מחיוב
צו זעהן און אלע מקומות וואו זיי האבן א שליטה זאל יעדער איינהאלטן די ז' מצוות
בני נח, און אויב נישט איז דא א חיוב זיי צו הארגענען), איז ווי אזוי טוט
מען דאס? ערשט שטעלט מען אויף א שטארקער מיסיאנארישער אפאראט, און מען פרובירט
איבער רעדן יעדן, נאך 200 יאר וואס מען זעהט עס גייט נישט, גיט מען ארויס א גזירת
גירוש, מיט אן אויסוואל: אדער שמד, אויב ווילסטו נישט, בלייבסט אן אפיקורס, זיי מוחל
הייבט דיר אויף און טראג אפ פון דא (און יא אלס א עונש לאז איבער דיין פארמעגן
דא, אפשר אזוי וועסט אפקומען אביסל אויף די וועלט).
ממש א אכזריות שאין (אמממ....
שיש) כדוגמתו, א חרפה פאר די מענטשהייט.
יעצט לאז מיר זעהן וואס די אידן האבן
געטוהן אין כנען ווען זיי האבן עס איינגענומען.
גאט ברוך הוא האט צוגעזאגט פאר אברהם
אז ער גייט געבן פאר זיינע קינדער ארץ כנען, די אידן קומען אריין קיין כנען, מיט א
ציווי פון באשעפער אז זיי דארפן אויס הארגענען אלע כנענים אהן קיין אויסנאם,
"לא תחיה כל נשמה" קיין שום אויסוואל, קענסט נישט מקבל זיין קיין גרים,
קענסט זיי נישט פארטרייבן הארג'ע זיי אויס אנשים נשים וטף.
זאגט'ס מיר, קען מען האבן טענות אויך
די קריסטן?, זיי גלייבן אויך אין די תורה, זיי לערנען עס, און עס איז דער יסוד פאר
זייער רעליגיע, נא, דאס איז וואס מען האט זיי אויסגעלערנט ווי אזוי מען גייט אים
מיט שונאים, זיי זענען געווען רחמנות'דיג.
נישט אומזינסט איז אידישקייט א סכנה פאר די
וועלט.
[2]. די לשון ווערט געברענגט אין יחזקאל
אויף די מצריים און ווערט אין די שפעטערע ספרים כמ"פ געשריבען אויף די אומת
העולם בכלליות, עיין אור החיים הק' בראשית מ"ט, י"א, און אין גמרא (בבא קמא
מ"ט) שטייט שוין אויך, שבו לכם פה עם החמור - עם הדומה לחמור.
[3]. איך נעם זיי נישט גענצליך אוועק די
קרעדיט, ווייל איך זעה אז די קריסטן האבן עס יא ארויס געריסן פון זייער טאג
טעגליכען שפראך, על כל פנים ברבים, עפעס וואס אידישקייט האט נאכנישט געטוהן עד
היום.
ראסיזם איז א פאקט, קיין ייד פרוביריט אים נישט צו פארלייקנען. אבער ווען דו גיבסט די גאנצע קרעדיט פאר זייער תורה מיין איך אז דו קענסט טיילן א שיין חלק פאר די וועלטס אנטווארט צום האלאקאוסט, "וואס, צווואנציג טויזעט מענטשן א טאג? אומבאוואפענטע מענער פרויען און קינדער?? אה, ס'יידן בסך הכל, נישט געפערליך". דאס איז געווען די פילוסופיה פון אמעריקע רוסלאנד טערקיי און ענגלאנד, און כמעט אלע 'מכל העמים'ס'.
השבמחקביי די 1881 פראגראמען אין רוסלאנד, ווען מ'האט יא געהערט א קול מחאה פון אמעריקע ענגלאנד דייטשלאנד און פראנקרייך איז עס אויך נאר צושטאנד געקומען דורך אינעווייניגסטע 'פאליטישע' פרעשור פון יידן און זייערע פארבינדענע און די א"ד מדינות. קיין הומינטעריע האט קיינעם פון זיי נישט ארויסגעשלעפט פון די לעכער.
דאס איז נאר פול די נאנטע פארגאנגענהייט, גיי צוריק און צייט איז קיינמאל נישט בעסער געווען. כ'גיי נישט אריין אין קיין וויכוחים יעצט וועמען'ס שולד האט באשאפן אזא גלייכגילטיגקייט אבער ווי ווייט אונז קענען צוריקבליקן אין היסטוריע זענען מיר אויפגעוואקסן אונטער אזא השראה, מ'האמיר גוטע מלמדים געהאט.
אופס! שיער נישט פארגעסן, האלסט אמאל מיט די אלגעמיינע וועלטליכע נייעס וואס זייער צוגאנג איז ביים באריכטן א יידישע טעראר טראגעדיע דורך מוסלעמענער אין מדינת ישראל, ביחס צו א מפוקפק'דיגע מלחמה פארברעכן מצד מדינת ישראל קעגן זייערע פיינט? א שאד געווען פאר מיר אונטערצונעמען אזא ווייטע רייזע צוריק אין היסטאריע ווען די אוצר ליגט ממש אונטער מיין אויבן.
זייי מיר מוחל ר איד, אבער דו האסט בכלל נישט אוועקגענומען דעם שוידערליכן ראסיזם וואס מיר פארמאגן כלפי גוים. דאס אז זיי האבן זיך נישט געקימערט מיט אונזער האלאקאוסט אדער דאס אז זיי באריכטן נישט געהעריג א טעראר אטאקע, איז נישט קיין אפפרעג איבער ווי אזוי מיר פירן זיך.
מחקדער פאקט בלייבט אז מיר ווערן ערצויגן אז א גוי איז אן עקל, א גוי איז טמא. א גוי איז ביי אונז שמוציג און בהמה. אתם קרוים אדם איז א אנגענומענער אויסדרוק. און אויב וואלט מען געוויסט ווער די עמלקים זענען היינט, וואלטן מיר זיך אויפגעריסן אין זייערע מארק פלעצער פונקט ווי די מוסעלעמענער ביי אונז, פשוט מקיים צו זיין דעם "באשעפערס באפעל" צו טון "נקמה" תמחה את זכר עמלק.....!
ווען מען פארברענט ביי אונז מזוזות איז עס שוידערלעך, אבער וון א איד פארט איבער און דערהארגעט א גוי אין ק"י איז שא שטיל.
נו איז ער דען נישט גערעכט, אז די רמב"ם אליין שטיצט אים?! ווי די רמבם שרייבט בתחילת הלכות רוצח וש"נ : "כל הורג נפש אדם מישראל עובר בלא תעשה שנאמר: לא תרצח.... אבער א גוי? Who cares?!
דאכט זיך מיט אז און א שיינע פאר לענדער און דער וועלט שפילט זיך יעצט אפ שרעקליכע רציחות כלפי אום שילדיגע מנשטען. און קוריאה איז דא קעמפס ווי מען הארגעט מענטשן און סוריה איז נישט שטיל. און קיינער רעט נישט ש ווארט אפילו נישט דו ישראלים וואס האבן זיך געבויט מיט דו טענה "ווי זענען ענק געווען": עס האט נישט מיט רעסיזעם יעדר טראכט פון זיך און מען עס סעלפיש (נישט אז עס איז ריכטיג). אבער דו תורה איז פיל פיל מיט רעסיזעם עס איז בכלל נישט דומה
מחקהאסט כנראה מיר שלעט פארשטאנען (ווי אויך אונזער בלאג שרייבער). כ'האב גארנישט פרובירט צו פארמינרען אדער פארענפערן, כ'האב זיך נאר באצויגן צו זיין השערה אז דער גאנצער שולד שרייבט זיך צו צום יידישן תורה געשריבן טויזענטער יארן צוריק, האב איך אנגעוויזן אז אין ראסים האבן מיר געהאט בעסערע און סאך געלונגענערע רביס און מלמדים ווי אן אלטען פארשטויבטן חומש'ל
מחקניין, די אידישע ראסיזים קומט קלאר פון די תורה, קען זיין מען האט זיך צוגעלערנט מיט די יארן, אבער די מקור דערפון איז קלאר די תורה.
מחק?????
השבמחקאיך לייקן אז עס איז דא ראסיזים?? ליין איבער מיינע ווערטער.
איך ברענג נאר ארויס אז די אידן, און די תורה זענען אויך, און אין געוויסן זון נאך ערגערע ראסיסטן, און נאך א זאך, די אידן, און אזוי אויך די מוסלמענער פרובירן עס ניטאמאל צו באהאלטן, און די אידן פארפירן ווען אימער עס דאכט זיך זיי נאר אז איינער רעדט א ווארט קעגן זיי, איז.... וד''ל.
ווער זאגט "לא תחיה כל נשמה" מיינט: הרג'ענען?
השבמחקרוב ראשונים פארשטייען דאס: זאלסט זיי נישט מחיה זיין.
פיהר געשעפטן מיט דיין אייגענע ברודער.
מיר זענען איין משפחה, און יא, ווען כ'האב געהערט אויף 9/11 אז מיין ברודער איז ארויס לעבעדיג, בין עטוואס רוהיגער געווען, אפילו כ'בין געווען זיכער אז אנדערע אידן זענען טויט.
אנונימי! (וואס פארא מאדנע נאמען איז דאס?)
מחקווען מיין ברודער האט זיך ארויסדערזעהן לעבעדיג פון די סעפטעמבער עלעווען 72 בתולות האב איך מיר אויך זייער שטארק געפרייט, אמת'דיג. כ'האב אבער נישט געזאגט "א כפרה פאר אלע שונאי ישראל" אויף די איבריגע 2996 אומ'מזל'דיגע קרבנות.
N מורא'דיג!
מחקאיך האב נישט געזאגט אז יעדער אזוי, איך האב גערעדט פון די אוויר גלוי ביי חסידישער אידן.
אנונימי, איז נישט קיין נאמען, עס איז ווען איינער איז מגיב אהן א נאמען.
איך האב עס נעכטען געמאכט אוועילעבעל, אלס א פראבע, אויב וועט זיין צופיל אזוינע תגובות, וועל איך עס צוריק פארמאכן.
איך זעה אז עס איז געווען א טעות נישט צו צוצייכענען מראה מקומות, איך האב געמיינט א פשוטע זאכן פעהלט נישט אויב, זעה איך אז אבער אז יא.
השבמחקאיך ווייס נישט פון וועלכע מפרשים דו רעדסט, קען זיי דו מיינסט דעם רמב''ן (פר' שופטים כ',י') אבער פשוט פשט ווי עס שטייט אין רש"י בשם ספרי, און די גמרא (סנהדרין ס''ז ע''א) זאגט פאר א פשטות, לא תחיה כל נשמה - בסייף, חוץ אויב וועסטו מיר זאגן, אז עס מיינט מען זאל זיי נישט מחיה זיין מיט א שווערד..).
און אזוי פסקנ'ט קלאר דער רמב''ם הלכה למעשה, וזה לשונו: מצות עשה להחרים שבעה עממין, שנאמר "החרם תחרימם" (דברים כ',י"ז); וכל שבא לידו אחד מהן, ולא הרגו, הרי זה עובר בלא תעשה, שנאמר "לא תחיה כל נשמה" (הלכות מלכים פרק ה', הלכה ד').
אלע אנדערע דרושים זענען שיינע דרושים, ואין מקרא, און בפרט א הלכה פסוקה, יוצא מידי פשוטו.
און יא, איך ווייס מען קען דא זאגן כל מיני הסברים, עיין מורה נבוכים חלק א' פרק נ"ד, מיין נקודה איז נאר ארויסצוברענגן די מהלך פון די תורה, אז אויב גייסטו נישט מיט מיר עד הסוף, דאן....
דא קען מען לערנען דעם ספר תורת המלך וואס איז מבאר פונקטליך די הלכות בין ישראל לאומות:
השבמחקhttp://www.scribd.com/doc/59308629/%D7%AA%D7%95%D7%A8%D7%AA-%D7%94%D7%9E%D7%9C%D7%9A
איך מיין אז אין מה להוסיף והדברים פשוטים וידועים לכל יודעי דת ודין ' נאר מה שכן יש להוסיף שלדעתי גם הצדיקים והחסידים והרבנים והבני תורה וסתם עמך רובו ככולו מסכימים בעומק לבבם לכל מש"כ כאן ומפעם לפעם בניגוד רצונם חושבים מחשבות היתכן וכו' ואם לדידן רוצחים בשם התורה למה לדידהו אסור בשם תורתם וכו' אלא כבר למדונו רבותינו כשעולים מחשבות הגיונות (כפירה) מחויבים לדחותו מכל וכל ואם לא יאבד שני עולמות וכו' והפחד המדומה גובר ומשתדלים להונות את עצמם אז מען גלייבט יא וזה סתם בלבולים' מהיצר ' ונסיונות וכו' וממשיכים הלאה ' אבל לאמיתו אין כאן חידושים וכל בית ישראל יודעים שהמושג של רציחה בשם הדת מלאות בתורותינו תורת משה
השבמחק